Loading

די ליקוי חמה קומענדיגן מאנטאג ערב ר"ח ניסן

כ"ו אדר ב תשפ"ד

0 1,600
Main image for די ליקוי חמה קומענדיגן מאנטאג ערב ר"ח ניסן


השקפה ארטיקל

ערשינען אין די צייטונג די וואך פרשת צו תשפ"ד 

הרב י.מ. סופר

לויט'ן חשבון פון די אסטראלאגן וועט אין דעם קומענדיגן ערב ר"ח ניסן, מאנטאג פ' תזריע, זיין א טאטאלע "ליקוי חמה" אין די פאראייניגטע שטאטן, ווען די לבנה וועט זיך געפונען צווישן די ערד קוגל און די זון, אז עס וועט אינמיטן טאג פארשטעלן די ליכטיגקייט פון די זון אויף די וועלט, און א טאטאלע ליקוי חמה א היסטארישע געשעעניש וואס קומט פאר בלויז איינמאל אין לאנגע יארן, עס רופט ארויס גרויס אינטערעסע ביי די אלגעמיינע באפעלקערונג אין ניו יארק.

צווישן זיי רופט דאס ארויס אינטערעסע אויך ביי די היימישע אידישע באפעלקערונג, ספּעציעל ביי יונגעלייט, און וויבאלד אין אונזער געגענט אין די שטאט ניו יארק וועט מען בלויז קענען זען א טיילווייזע ליקוי חמה, וואו נאר 90 פראצענט פון די זון וועט זיין פארדעקט, און אין די ווייטערע געגענטער און שטעט וועט מען יא קענען זען א טאטאלע ליקוי חמה, וואו די זון וועט אינמיטן טאג אינגאנצן פארדעקט ווערן דורך די לבנה אז עס ווערט טונקל אזוי ווי ביינאכט, טוען מאנכע מפרסם זיין מודעות, צו פארן צו האטעלן אין ווייטע שטעט און געגענטער, צו קענען אבסערווירן די טאטאלע ליקוי חמה.


לשמחה מה זו עושה?

א טייל מענטשן זענען פון דעם אויסערגעווענליך באגייסטערט, כאילו דאס איז די גרעסטע שמחה בייצואוואוינען אזא געשעעניש, און פילע גרייטן זיך ארויסצופארן מיט חברים און משפּחות צו יענע שטעט צו זען מיט זייערע אויגן די טאטאלע ליקוי חמה.

דעריבער איז וויכטיג אויפמערקזאם מאכן פאר אידן מאמינים בני מאמינים, אז א ליקוי חמה איז נישט קיין פרייליכע געשעעניש פאר די וועלט, א ליקוי חמה קומט מן השמים צו דערמאנען אידן א התעוררות לתשובה, מיר זאלן תשובה טאן און פאררעכטן אונזערע מעשים, אזוי ארום וועט מען ניצול ווען פון די עווענטועלע פּורעניות, וואס דער ליקוי חמה קומט צו ווייזן סימנים אויף דעם.

די תורה הק' זאגט (פ' בראשית) ביים 4'טן טאג פון די בריאת העולם, ווען די זון און לבנה זענען באשאפן געווארן און אויפגעהאנגען געווארן אויף די וועלט, ויאמר אלקים יהי מאורות ברקיע השמים להבדיל בין היום ובין הלילה, והיו לאותות ולמועדים וגו', טייטשט רש"י והיו לאותות, אז דאס איז איינע פון די סיבות פארוואס דער אויבערשטער האט בשאפן די זון און די לבנה, לפי כשהמאורות לוקין, ווען עס איז דא א ליקוי חמה אדער ליקוי לבנה, איז דאס א שלעכטער סימן פאר די וועלט, שנאמר (ירמי', י, ב) אל דרך הגוים אל תלמדו ומאותות השמים אל תחתו וגו', אז ווען איר טוט דעם רצון פון הקב"ה מוזט איר נישט זארגן פון די עווענטועלע פּורעניות אויף וואס דער ליקוי המאורות ווייזט.


די סימנים פון א ליקוי חמה

חז"ל זאגן (סוכה כט) אז ווען עס איז דא א ליקוי חמה, איז דאס א שלעכטער סימן פאר די גאנצע וועלט, א משל צו א מלך בשר ודם וואס האט געמאכט א סעודה פאר אלע זיינע געסט- קנעכט און האט אראפּגעלייגט א לאמטערנע (לאמפּ) פאר זיי, ווען דער מלך האט זיך אויפגערעגט אויף זיי האט ער געזאגט פאר זיינע קנעכט, נעמט אוועק די לעמפּלע פון זיי, זיי זאלן בלייבן זיצן אין די פינסטערניש.

רבי מאיר זאגט, אז אין די צייטן ווען מאורות לוקין, איז א סימן רע לשונאיהן של ישראל, ווייל אידן זענען צוגעוואוינט צו כאפּן שלעק אויף זייערע זינד, אלע סארט קללות און פּורעניות וואס קומען אויף די וועלט דארפן זיך אידן מער זארגן ווי די גוים, ווייל אידן זענען מער צוגעוואוינט צו ווערן געשלאגן. ווייל אידן האבן א תורה פון וואו זיך צו לערנען, און זיי לערנען נישט. דעריבער דארפן אידן זיך מער זארגן אז דער סימן איז נישט געקומען נאר וועגן אונז.
ס'איז א משל צו א מלמד תינוקות וועלכער קומט אין חדר מיט א רוט אין די הענט, איז ווער זארגט זיך דאס מערסטע, דער וואס איז געוואוינט צו כאפּן שלעק יעדן טאג, ער איז מער באזארגט פון דעם רוט.

ווידער ברענגט די גמרא איין ברייתא, וואס זאגט אז ווען עס איז דא א ליקוי חמה איז עס א שלעכטער סימן פאר די גוים, וואס זיי רעכענען די חדשים לויט די זון, און ווען עס איז דא א ליקוי לבנה איז עס א סימן רע פאר שונאיהן של ישראל, ווייל אידן רעכענען לויט די חדשים פון די לבנה. אויב דער ליקוי איז פון די מזרח זייט, פון וואו די זון שיינט אויף, איז עס א שלעכטער סימן פאר די איינוואוינער פון די מזרח זייט, און אויב עס איז אויף די מערב זייט, איז עס א שלעכטער סימן פאר די איינוואוינער פון מערב זייט, אויב איז עס אינמיטן הימל איז עס א שלעכטער סימן פאר די גאנצע וועלט. אין די גמרא איז דא פארשידענע חילוקים אויפ'ן אויסזען פון די ליקוי וואס פארא פּורעניות דאס ווייזט רח"ל.

 אויב די ליקוי איז פארנאכטס ביי די שקיעה, זוימט זיך די פּורעניות צו קומען, אויב איז עס אינדערפרי ווען עס שיינט אויף, איילט זיך די פּורעניות צו קומען. און טייל זאגן פארקערט, און עס איז נישטא קיין פאלק וואס ווערט געשלאגן וואס זייער אפּגאט ווערט נישט מיטגעשלאגן צוזאמען מיט זיי, דאס מיינט זייער שר אין הימל וואס איז ממליץ אויף זיי.

 ווען אידן טוען אבער דעם רצון פון הקב"ה מוזן זיי נישט מורא האבן פון די אלע זאכן, שנאמר (ירמי', י) אל דרך הגוים אל תלמדו, אויב איר וועט זיך נישט אפּלערנען פון די וועגן פון די גוים, צו טאן ווי זייערע מעשים, אויב וועט איר טאן דעם רצון פון הקב"ה, "מאותות השמים אל תחתו", וועט איר נישט דארפן מורא האבן פון די צייכענס פון הימל, כי יחתו הגוים מהמה, די גוים זאלן ציטערן פון דעם, אבער אידן מוזן נישט ציטערן אויב זיי טוען דעם רצון ה'.
שרייבט דער מהרש"א, אז וויבאלד אידן טוען דעם רצון פון באשעפער דארפן זיי נישט מורא האבן פון די צייכענס פון הימל, זיי דארפן אבער ציטערן פון זייערע זינד, אויב זיי טוען נישט דעם רצון פון הק', אויב לערנען זיי זיך ח"ו אפּ פון די גוים, וכו'.

אין אן אנדערע ברייתא ברענגט דדי גמרא, אז צוליב 4 זאכן פון עוונות ישראל וואס מען זינדיגט געשעט א ליקוי חמה, צוליב אן אב"ד שמת און איז נספּד געווארן כהלכה, ועל נערה המאורסה וכו', ועל משכב זכור, ועל שני אחים שנשפּך דמם כאחד, און צוליב 4 זאכן ווערן די מאורות די לבנה און די שטערנס געשטראפט, צוליב כותבי פּלסתר, וואס שרייבן און פארשפּרייטן פאלשע פּאשקווילן, און צוליב די וואס זאגן פאלשע עדות, און מגדלי בהמה דקה בא"י, ועל קוצצי אילנות טובות, וואס שניידן אוועק גוטע ביימער, וכו'.

אין די פריערדיגע ספרים ווערט געברענגט א קשיא, אויף די דברי חז"ל אז א ליקוי חמה און ליקוי לבנה איז חלילה א שלעכטע סימן פאר די וועלט, וויבאלד די אלע זאכן זענען אויסגעשטעלט מתחילה בדרך הטבע, לויט ווי עס דרייט זיך דער גלגל פון די מזלות, און פון די זון און פון די לבנה, אז עס קומט פאר במשך פארשידענע יארן אז עס געשעט א ליקוי צ.ב.ש. ווען די לבנה גייט דורך אין איר גלגל א פּלאץ וואו עס פארשטעלט די ליכטיגקייט פון די זון אויפ'ן ערד-קוגל, און די אסטראלאגן ווייסן אויסצורעכענען די אלע זאכן פון פאראויס, אויב אזוי ווי אזוי ווי קען מען זאגן אז דאס קומט ווייזן א סימן רע פאר די מענטשן פון די וועלט אין יענע צייט, ווען אלעס איז שוין געווען אזוי אויסגעשטעלט פון אנהויב פון בריאת העולם, אז יענע געוויסע באשטימטע יארן וועט אזוי זיין דער אויסשטעל פון די מזלות און די זון און די לבנה.

רוב ראשונים ואחרונים ענטפערן, אז כאטש עס קומט טאקע אזוי אויסגעשטעלט מתחילת בריאת העולם, האט השי"ת וואס ער ווייסט אלעס מגיד מראשית אחרית, ער זאגט פון פאראויס וואס עס גייט געשען אין די שפעטערדיגע יארן, ער האט פון פאראויס אזוי אויסגעשטעלט די וועלט מיט'ן גאנג פון די לבנה און די זון, אז אין יענע און יענע יארן זאל זיין א ליקוי חמה, וואס דאס זאל ווייזן א סימן רע פאר די וועלט, ווייל דער אויבערשטער האט שוין פון פאראויס געוואוסט אז אין יענע צייטן וועט די וועלט זיין זינדיג, אז דער ליקוי וועט חלילה זיין א סימן רע פאר די וועלט.


א זמן פון דין

דער עיון יעקב אויפ'ן עין יעקב (מס' סוכה דף כט) שרייבט קעגן די פריערדערמאנטע קשיא, וואס מ'וואונדערט זיך, אז די ליקויים מוזן דאך זיין לויט'ן גאנג פון די גלגלים און די מאורות לויט'ן חשבון, און דאס געשעט אפילו אויב אלע מענטשן וועלן זיין צדיקים? ער ענטפערט אז כאטש עס איז זיכער אז דאס מוז זיין לויט'ן מהלך פון די גלגלים לויט דער גאנג פון די זון און די לבנה, דאך אבער איז יענע צייטן ווייזט דער מזל אויף א סימן רע, פּונקט ווי די גמרא זאגט (שבת קנ"ד) אז ווער עס ווערט געבוירן אין די שעה ווען מזל מאדים איז שולט ווייזט עס געוויסע סימנים אויף אים, דאס זעלבע אויב דער מזל פון די צייט פון ליקוי חמה איז א סימן רע, איז דאס חלילה א געלעגענהייט דעמאלט צו באשטראפן די מענטשן אויף די וועלט וואס פירן זיך אויף שלעכט אין יענע צייט. דעריבער זאגט דער פּסוק אויף אידישע קינדער וואס טוען דעם רצון פון באשעפער, מוז מען נישט מורא האבן פון די אותות השמים.

ענליך שרייבט דער ערוך לנר (סוכה כט) אז די וואס שפּעטן אפּ פון דברי חז"ל האבן געמיינט אז זיי טרעפן אין די מאמרים וואו צו צילן זייערע פיילן, כאילו חז"ל האבן נישט געוואוסט די דרכי הטבע אז א ליקוי חמה און ליקוי לבנה געשעט נאטורליך ע"פ חשבון לויט ווי די חכמי הטבע רעכענען דאס אויס פון פאראויס, אז אין די רגע וועט די זון אדער די לבנה טונקל ווערן, באמת די וואס שפּעטן אפּ פון חז"ל זיי זענען געשלאגן געווארן מיט בלינדקייט, זיי קוקן נישט ווי חז"ל האבן זיך אין דעם ענין אויסגעדריקט מיט א לשון חכמה, צו ווייזן אז עס איז פון זיי גארנישט פארהוילן. אין אלע 3 ברייתות שטייט "בזמן" שהחמה לוקה, אדער "כל זמן" שהמאורות לוקין וכו', וואס דאס ווארט "זמן" איז לכאו' איבריג? נאר מיט דעם האבן זיי אונז געלערנט אז כאטש די עצם ליקוי געשעט טאקע ע"פ הטבע, האבן אבער די חז"ל געוואוסט לויט די סודות משפּטי ה' וואס איז געווען אפען פאר זייערע אויגן, אז די צייטן פון א ליקוי זענען צייטן פון דין, עס איז דא עתים לטובה און עתים לרעה, די זעלבע זענען דער זמן פון א ליקוי אן עת דין פאר די איינוואוינער פון יענע לאנד וואו דער ליקוי געשעט, אויב עס איז אין מזרח איז עס פאר די איינוואוינער פון מזרח, אויב געשעט עס אין מערב איז עס פאר די איינוואוינער פון מערב, אויב איז עס אינמיטן הימל איז עס פאר די גאנצע וועלט, דעריבער האבן חז"ל געזאגט דאס לשון "בזמן" שהחמה, כאטש עס קומט אין א באשטימטע צייט דאך איז דאך דער זמן א סימן רע ר"ל.

לויט דעם - ערקלערט דער ערוך לנר - דעם פריערדערמאנטן משל פון די גמרא מיט די לאמטערנע וואס דער מלך האט געהייסן פאר זיין קנעכט ער זאל "אוועקפירן" די לאמטערנע, און נישט געהייסן "אויסלעשן" די לאמפּ, נאר ווייל חז"ל האבן געוואוסט אז די ליקוי געשעט ע"פ הטבע אין די צייט ווען די לבנה שטייט אינמיטן צווישן די זון און די ערד קוגל, און עס האלט צוריק די זון לעכטיגקייט זאל נישט אנקומען צו די ערד, דעריבער איז נישט שייך צו זאגן אז עס איז "אויסגעלאשן", ווייל די ליכטיגקייט פון די זון איז קיינמאל נישט אויסגעשלאסן געווארן, נאר די לבנה לאזט נישט דורך די לעכטיגקייט פאר די איינוואוינער פון די וועלט, דאס איז דער ענין פונעם נמשל, אז דער אויבערשטער האט באפוילן פאר זיין קנעכט די לבנה, זי זאל שטערן די ליכטיגקייט פון די זון פאר די איינוואוינער פון די וועלט, עיי"ש.


תשובה ותפלה וצדקה 

מעבירין את רוע הגזירה


אויף יעדנספאל זעען מיר קלאר פון דברי חז"ל אז אין די צייט ווען עס איז דא א ליקוי חמה אדער ליקוי לבנה, איז א צייט פון דין, ווען אידן מוזן נתעורר ווערן לתשובה, מתקן צו זיין זייערע מעשים, ובעיקר זיך דערווייטערן פון די דרכי הגוים, וואס דאן וועלן זיי נישט מוזן מורא האבן פון די פּורעניות אויף וואס די ליקוי חמה ווייזט, ווי דער פסוק זאגט, אל דרך הגוים אל תלמדו ומאורות השמים אל תחתו.

דער חת"ם סופר (שו"ת או"ח סי' קב) און אין דרשות חת"ס (ח"ב דף שמג) ווערט דערמאנט איבער א ליקוי חמה וואס איז געווען אין זיינע צייטן ביים ענדע פון יאר ערב ר"ח אלול, אז אידן דארפן נישט ציטערן פון דעם ליקוי חמה, ווייל הקב"ה האט עס אונז געוויזן פון הימל,  מודיע זיין פאר אידן אז זיי זאלן תשובה טאן, דאן וועלן מיר זוכה זיין צו ברכות, דורך די תפילות וואס אידן זענען מתפלל וועט אלעס איבערגעדרייט ווערן פאר אידישע קינדער לטובה ולברכה, עיי"ש.

אט מיט די הכנה פון תשובה תפילה וצדקה מעבירין את רוע הגזירה, מוזן מיר זיך צוגרייטן צו די ליקוי חמה, בלויז מיט דעם זענען אידישע קינדער פארזיכערט, אז עס וועט אונז ח"ו נישט באטרעפן די פּורעניות פון דעם סימן רע, וואס דער ליקוי חמה ווייזט פאר די גוי'אישע פעלקער.


אל דרך הגוים אל תלמדו

דער עיקר דארף מען זיין פארזיכטיג זיך נישט אפּלערנען פון די וועגן פון די גוי'אישע פעלקער וואס אויף דעם האט ירמי' הנביא געזאגט, (ירמי', י) אל דרך הגוים אל תלמדו, ווי רש"י טייטשט, אויב וועט איר זיך נישט אפּלערנען פון די וועגן פון די גוים וועט איר נישט דארפן מורא האבן פון די ליקויים פון הימל, ענליך טייטשט דער רד"ק, "אל" דרך הגוים אל תלמדו, מיינט "את" דרך הגוים, איר זאלט נישט לערנען די וועגן פון די גוים, ווייל די אידן מוזן זיין אפּגעזונדערט פון אלע פעלקער, אידן זענען גע'מל'ט בברית מילה וואס דאס איז א צייכן א ברית צווישן אידן און אויבערשטן, מוזן מיר היטן דעם באשעפער'ס וועגן, נישט די וועגן פון די גוים, אזוי וועלן מיר נישט מוזן ציטערן פון די אותות השמים, ווייל נאר די גוים וואס גלייבן אין די מזלות, פאר זיי איז דער ליקוי חמה א שלעכטער סימן, אבער פאר אידן וואס זייער האר איז נאר דער באשעפער זיי דארפן נישט מורא האבן פון די זאכן.

דאס דארף אונז דינען אלס התעוררות מוסר נישט צו לייענען קיין גוי'אישע ביכער און זשורנאלן, און נישט לערנען די גוי'אישע וועלטליכע שטודיעס וואס זענען פול מיט דעות כוזבות, און נישט נאכגיין די מאדעס פון די גוים אין קליידונג, נאר מקיים זיין די מצות התורה ובחוקותיהם לא תלכו.

 בזכות זה וועלן אידן ניצול פון אלע גזירות רעות, און פון די שונאי ישראל, ווי דער פּסוק זאגט, ואבדיל אתכם מן העמים להיות לי, ווי רש"י ברענגט פון תורת כהנים, אז הקב"ה זאגט, אויב זענט איר אפּגעזונדערט פון די פעלקער, דאן באלאנגט איר צו מיר, אידן זענען אונטער'ן שוץ פון הקב"ה, אויב אבער מ'איז ח"ו נישט אפּגעזונדערט פון די פעלקער, דאן ח"ו באלאנגט איר צו די שונאי ישראל ווי נבוכדנצר וחבריו ר"ל.

בזכות פון גיין בדרכי התורה בדת משה ויהודית און זיך האלטן צום דרך ישראל סבא בשם לשון ומלבוש, וועלן מיר זוכה זיין ניצול ווערן מכל גזירות קשות המתרגשות ובאות לעולם, און מיר האפן אז אין די זמנים וועלן מיר זוכה זיין צו ישועת ישראל, מיר שטייען אין די חדשים פון אדר ב' וניסן, אויף וואס חז"ל זאגן (מגילה ו) מסמך גאולה לגאולה, מ'האט צוגעשטעלט אדר ב' ווען עס איז געווען די גאולה בימי מרדכי ואסתר, צו חודש ניסן ווען עס איז געווען די גאולה פון מצרים, וואס דאס איז מרמז נישט בלויז אויף די 2 גאולות וואס איז געווען אין די אמאליגע צייטן, ווי רביה"ק מסאטמאר זי"ע זאגט (אין ספה"ק דברי יואל לשבת זכור דף שסא) אז די כוונה פון מסמך גאולה לגאולה, מיינט נישט די 2 פריערדיגע גאולות, וואס איז דאך געווען אפּגעריקט טויזנטער יארן די גאולת מצרים פון גאולת פּורים?

נאר די כוונה איז לויט ווי עס שטייט אין ספה"ק, אז אלע השפּעות פון די אלע ימים טובים, קומען אראפּ פון הימל יעדעס יאר, דער נס פון פּורים איז דאך געווען פון מחיית עמלק וואס דאס  ווערט נתעורר יעדעס יאר אין די צייטן, דער כח פון מחיית עמלק, וואס דעמאלט וועט זיין דער תיקון השלם, עס וועט צוריק ווערן ה' שלם וכסא שלום, ממילא ווערט אויך די גאולה שלימה נתעורר יעדעס יאר בימי הפּורים דורך מחיית עמלק, אויף דעם זאגן חז"ל מסמך גאולה לגאולה, נאענט צו שטעלן די התעוררות הגאולה פון אדר צו די התעוררות הגאולה פון חודש ניסן ווען עס ווערט נתעורר גאולת מצרים, ווי חז"ל זאגן (ר"ה דף י"א) בניסן נגאלו ובניסן עתידין ליגאל, אונעם חודש אדר ווערט יעדעס יאר נתעורר מחיית עמלק, וואס פון דעם ווערט נתעורר די גאולה העתידה, וואס ווערט נתעורר אין חודש ניסן, ווען עס ווערט נתעורר די גאולה פון ניסן, ווען עס וועט זיין די גאולה העתידה בביאת משיח צדקנו בב"א.